https://twitter.com/SBANYPD/status/1255528574091694081
Not the right approach.
Here's a text in yiddish I just received with a very valid point.
Fwd: Fwd:רבותי, איך האב געמאכט אביסל חשבון, און איך מיין אז איך פארשטיי שוין קלאר וואס דא איז פארגעקומען. ביל דעבלאזיא איז גאר אן אומקאפעטענטער מעיאר, אבער איין זך וואס ער איז נישט איז א שונא ישראל. ער האט שוין געכאפט אסאך היעט פאר'ן פראטעקטן אונזער קאמיוניטי (מציצה בפה) און פאר'ן איגנארירן כלומר'שטע אומרעכטן ביי אונזער קאמיוניטי (חינוך ועוד), און כאטש ער פרובירט אוועקצושטיין פון אזעלכע זאכן האט ער דערווייל נאכנישט פארראטן אונזער קאמיוניטי. די באשולדיגונג אז ער דעקט פאר אלע עולות פון די חסיד'ישע קאמיונטי באגלייט אים ווי א שווארצע וואלקן דורכאויס זיין גאנע מעיארשאפט. (און שריי נישט יעצט וועגן דאס אדער יענץ וואס ער האט זיך נישט צוגעשטעלט 100%, סיז ברור כשמש אז גאר ווייניג גוים וואלטן נאך געקוקט אויף אונזער זייט - שוין אפגערעדט פון איגנארירט חינוך 'נעגלידזשענס' למחצה לשליש ולרביע - נאכ'ן כאפן האלב אזויפיל היץ ווי אים פאר שריט וואס ער האט געטון לטובתינו.)
וואס פאסירט אבער די לעצטע שטיק צייט איז אנפרעצעדענטעט. ביי די טעגליכע פרעסע קאנפערענצן, וואו ער שטייט אויס מער ווי גענוג (ערליך פארדינטע) געבראטענע מכות פון רעפארטער איבער זיין גאנצע ווירטשאפט, איז דא א פרישע כאפטע קריטיקירער; אידן מיט בארד און פיאות צימבלען אים היתכן ער נעמט זיך נישט צו די ביינער פון זייער אייגענע קאמיוניטי! און דאסישוין די פרומע אידן, וואס וועלן די פרייע זאגן? און די גוים? און די אנטיסעמיטישע גוים?
און ווען דאס פאסירט איינמאל און צוויי מאל און דריי מאל, האט דעבלאזיא מחליט געווען פערזענליך אראפצוגיין צו אזא מעמד און אנפירן מיט'ן מעמד הצוטרייבונג, און דערנאך וועט ער זיכער מאכן אז דאס איז דאקומענטירט און טוויטערירט, און אזוי וועט ער האבן א קלארע ענטפער פאר די קארנבליס; "איך טו וואס איך קען, איך בין אפילו אראפגעפארן פערזענליך קיין וויליאמסבורג צו פארטרייבן אזא פארזאמלונג."
דא איז ער אבער באגאנגען (נוסח דעבלאזיא) צוויי ערנסטע טעותים. 1) ער האט עס פונקט געטון ביי גאר א האקעלע מעמד, אן איווענט וואס איז נאנט צום הארצן פון צענדליגער טויזנטער חסידי'שע אידן. 2) ער איז געווען אזוי עקסיידעט אז פיינעלי האט ער פרוף אז ער דעקט נישט פאר חסיד'ישע אידן און איז געווען אזוי איגער צו טוויטן דערוועגן און 'ווייזן' אז ער איז פונקט אזוי שארף קעגן אונז ווי קעגן יעדעם, אז ער האט נישט איבערגעטראכט וואס ער שרייבט, און ער האט זיך פאררעדט.
אלס רעזולטאט פון די טעותים האט ער פערזענליך זיכער געמאכט אז אזא היי פראופייל איווענט (וואס איז געווען געפלאנט מיט די פאליציי און זיי האבן אפילו צוגעגרייט די בעריקעידס דערפאר!) ווערט צושטערט, און דערנאך האט ער נאך ארויסגעסינגלט די דזשואיש קאמיוניטי אין זיין טוויט (כאטש די טוויט וועגן וויליאמסבורג איז געווען מער ווי גענוג), ויצא מה שיצא.
אלזא, עס איז ביי מיר ברור אז די גאנצע סומאטוכע איז א דירעקטער רעזולטאט פון די פרעשור קאמפיין וואס די היימישע קאפאוס פירן קעגן דעבלאזיא ער זאל אונטערדרוקן זייערע אייגענע ברידער, און דער שלימזל דעבלאזיא האט, אין זיין דרוק צו ווייזן אז ער פארקוקט נישט, באוויזן זיך אנצוברענגען אזא חאזעריי.
אויך האף איך אז דער עולם וועט האבן שכל און זיך נישט רייצן מיט'ן מעיאר. מ'קען יוצא זיין חובת מחאה מיט פלעין פאוסטן בילדער פון גוי'אישע פאזאמלונגען, עס מוז נישט זיין קיין פערזענליכע טשעפע איבער זיין מצב אין די פאולס, זיינע רייבערייען מיט די פאליציי, אדער זיין אומקאפעטענץ. השי"ת זאל העלפן מיר זאלן אים נישט בידים פארוואנדלען אין אן אמת'ער אנטיסעמיט, ווייל אויב יא זאל דער אויבערשטער אפהיטן וואסערע צרות צרורות ער קען אונז נאך אפטון (הינט: עד דעי). לאמיר זיין קלוג, נישט גערעכט