A story with a name ! די מעשה גייט צוריק מיט א בערך 13 יאר צוריק
איך בין געווען אין אלעדין באנגעלא קאלעני יארן צוריק אינאיינעם מיט מנחם שטארק ע"ה, מנחם האט יענעם זומער געמאכט א שמחה, ער האט געבעטן ווער עס קען ארויסקומען אין מיטן די וואך צו די וואכט נאכט און צו די ברית וועט דאס עם זיין א כבוד אז די חבירים וועלן זיך משתתף זיין אין זיין שמחה
היות אין יענע צייטן איז מיין פרנסה געווען א חתונה זינגער, אין די זומער וואכען איז מען נישט געווען אזוי ביזי, בין איך אויך געווען איינע פון די וואס האבן זיך משתתף געווען אין די שמחה
מנחם האט מיך מכבד געווען מיט א ניגון, איינס ביים וואכט נאכט און ביים ברית מיט יום ליבשה. איך האב דאס גערן געטין פארוואס נישט מיר האבן זיך אינאיינעם מחי' געווען און אביסל פארברענגט
נאך די ברית ווען איך האב מיך געזעגענט פון עם, ריפט ער מיך צו די זייט און רוקט מיר אריין א טשעק פון עטליכע מאות, איך זאג עם מנחם די ביסט פאריקט? וואס איז דאס? האט ער גענטפערט אזוי, חיים דוד דיין פרנסה איז (דעמולס געווען) די ביסט א זינגער, איך וויל דיר באצאהלן ווייל אויב וועסטי דאס טון אן קיין געלט, וועסטי קיינמאל קיין געלט נישט פרדינען, איך פארשטיי אז די האסט דאס נישט געטון פאר געלט, אבער זאלסט וויסן אז אין פרינציפ דארפסטי וויסן אז ווען די זינגסט מאכסטי געלט, און אויב נישט דאן זוך דיר אן אנדערע פרנסה.
איך האב דאס קיינמאל נישט פארגעסן, און איך וויל אז דאס זאל אייביג געדענקט ווערן
דאס איז געווען מנחם שטארק ע"ה, נישט נאר לעצטענס, נאר יארן צוריק אויך.
די וואס האבן עם נישט געקענט זאלן וויסן אז מקבל זיין לשון הרע אויף אזא נפטר איז נישט נאר די עבירה וואס מען איז עובר כלפי שמאיה, נאר דאס איז א מענטשליכע ברוטאליטעט.
קנאה איז איינע פון די זאכן וואס איז מוציאין את האדם, עס קען מאכן איינעם אויס מענטש,
ניין! מנחם איז נישט געווען קיין שלעכטער לענדלער און אויך נישט קיין שעדי ביזנעסמאן
ווער עס האט דעם איד געקענט פון די נאנט וועט אייך זאגן בפה מלא, מנחם איז געווען א איד א צדיק, א גיטער ביזנעסמאן, און א מענטש מיט ריכטיגע פרינציפען, יהי זכרו ברוך.
ת.נ.צ.ב.ה.
חיים דוד ארי' דעססער