רעזולטאטן פון די אנקעטע און וויאזוי איך פלאן צו שטימען בס"ד
פרייטאג בראשית פארמיטאג האבן מיר ארויס געלייגט אן אנקעטע אנטבלאנגט די גאווערנאר פארמעסט אין ניו יארק. וואו מען האלט היינט זונטאג נח האלב עלף אינדערפרי, האבן איבער 2,000 מענטשן אנגעהויבן די אנקעטע און איבער 900 האבן עס אויסגעפילט פוקלאם און כמעט אלע אויסגעפליטע אנקעטעס קומט פון מענטשן אויף די געשטעטנער ליסטע
זעקס און אכציג פראצענט פלאנען צו שטימען אין די גאווערנאר וואלן, צוויי און אכציג פראצענט פאר רעפובליקאנער לי זעלדין, און נאך 6 פראצענט האבן געענטפערט אז זיי וואוינען אויסער ניו יארק אבער וואלטן געוועלט פאר זעלדין
בלויז צוואנציג פראצענט פלאנען צו שטימען פריער אדער דורך אבסענטי וואס איז ממש א שאד וויבאלד די וואלן טאג האט בלויז פופצן שעה צו שטימען און מען פארשפילט די געלעגנהייט צו שטימען
זיבן און זיבעציג פראצענט אויסגעפרעגטע האבן זיך אידענטיפיצירט אלס חרדים-חסידים, נאך צען פראצענט האבן זיך דערקלערט ארטאדאקסיש, און נאך אכט פראצענט אלס אידיש אין אלגעמיין. איך בין זיכער אז טייל פון די ענטפערס אויף דעם פראגע זענען פון לצים דא אויף די ליסטע וואס ווילן דרייען א קאשע
איך וואוין און ראקלענד קאונטי און בס"ד האף איך צו וואוטען ווי פאלגאנד
לי זעלדין רעפובליקאנער פאר גאווערנאר
טיש דזשעימס דעמאקראט פאר אטוירני דזשענעראל
טשארלס שומער דעמאקראט צום יו.עס. סענאט
מייקל לאולער רעפובליקאנער פאר קאנגרעס
איבער היפן סטעיט סענאט צווישן דער אמטירענדן מעלניק דעמאקראט און זיין קעגנער ביל וועבער
אהדסען פראנציאוז דעמאקראט צום אסעמבלי אין די מאנסי אומגעגענט. ער לויפט אויף די זיץ וואס לאולער האלט איצט
איך האף שפעטער אין וואך צו בס"ד שיקן א קורצע ארטיקל פארוואס איך פלאן צו שטימען אזוי. שטימט וויאזוי איר ווילט אבער ביטע גייט שטימען. טויזנטער ביזנעסלייט אין אמעריקע האבן איינפלוס מיט פאליטיקאנטן טראץ דעם וואס זיי שטייען נישט אונטער א וויילער בלאק. אלזא איז די הויפט אויפטו פון דיין וואוט אז ציבור זאכן זאלן האבן א בעסערע טשאנס צו ווערן אדרעסירט; נישט צי א דעוועלאפאר – וועמענס הויז דו קויפסט אפ נאכ'ן האקן אויף אים – וועט באקומען וואס ער דארף. אויסערדעם... ווער דו אויך א דעוועלעפאר און מאך א חיים טובים
from the all famous Yossi Gestetner.....
his poll is here
https://lp.constantcontactpages.com/sv/yKXbE2H/GestetnerList?source_id=a4c2134e-bfbc-422b-992d-e40c7808307e&source_type=em&c=rEd3ycIO-7_GuvCLwMMV8cn3GurHMbob9lmqwyKshFU-1e0sRmKZrA==