An appropriate poem..
איי אונזער מעיאר מייקל וואס האט עס דיר אויסגעפעלט
געמיינט האסטו אז מיט אפאר דאלער וועסטו ווערן אריינגעוועלט
אבער מיר ניו יארקער האבען געשריגען ניין
וואלסטו ווען מיט אונז זיך באגאנגען שיין
וואלטן מיר נישט פארציילט פאר אמעריקא דעם סוד
וואס דו האסט געטרייט צו בעהאלטען טיעף אין שופלאד
לאמיר אנהייבן מיט די הייליגע מצוה פון מילה
וואס מיר וועלן היטן במסי''נ עד כי יבוא שילה
האסט פרובירט מיט אלע כוחות מציצה סטאפען
האסטו דיך באגראבען ביי די פריע סטעיטס איבערהאפען
דאן פארבאטן די גרויסע קאפס כדי די אפעטיט דערשטיקן
אוי האט מען דיר ביים דיבעיט געטוען צופליקן
אנגעחזר'ט די גאצע שטאט מיט לעינס פאר די בייק
זוכה געוועזן ויקרא שמו טראמפ מיני מייק
געלאפען אומרעכטיג אלס מעיאר צום דריטן מאל
איי אראפגעפלאשט שווערע מיליאנען אן א צאל
מיני מייקל לאמיר עס הויעך ארויסזאגן
קיינער טוט אויף דיר נישט קלאגן
די אדווייזערס האבען געמאכט אויף דיר א לעבן
ווען די האסט זיי מיליאנען געטוען געבן
מער וועט מען פון דיר בעז''ה נישט ליידען
מיר וועלן זיך אינטערהאלטען אויפען קאלעכדיגען ביידען