Sorry for the Yiddish but this is how I got it and have no patience to translate, (anyways if you don't know Yiddish it's probably not interesting for you)
אל כבוד אחינו בני ישראל
דאס איז שוין די צענטע מאל וואס מיין גאנצע הויזן איז מיר דורכגעווייגט נאס נאך וואס איך האב מיך אנגעשטויסן אין אהאט קאפ - וואס איז געווען דריי פערטל פיל מיט וואסער - אין בית הכסא.
איך ווייס נישט וואס דו טוסט מיט דעם גלעזל וואסער אין בית הכבוד; און כ'בין נישט זיכער אז כ'וועל וויסן. אגב, כ'האב פרובירט צו קוקן וויפיל וואסער עס ליגן אין די גלעזלעך אויפן וועג אריין אין בית הכסא, די ארבעט איז נישט געווען גרינג די מער עקספיריענס יונגעלייט האבן וועגן צו קאמפלעזשירן די ווייסע האט קאפ אפילו ווען זיי האלטן דאס קעגן א שווארצע כאלאט, די גאנצע זאך איז איין גרויסע מיסטעריע.
מען זעהט זיי ביי די סינק אנפילן דעם גלעזל דערנאך ווערן זיי פארשוואונדן, רוב מאל זעהט מען סינק אנפילן דעם גלעזל דערנאך ווערן זיי פארשוואונדן, רוב מאל זעהט מען זיי ניטאמאל אריין גיין אין בית הכסא (כ'האב געטשעקט פאר טונעלן, דערווייל אן ערפאלג) אבער אזויפיל האב איך יא געזען אז די מאס וואסער וואס איך טרעף אין די געלעזלעך אין בית הכסא איז בערך די זעלבע וועלכע מען טראגט אריין, טא מען קען זאגן אז לכו' נוצט מען עס נישט צו טרונקען,אבער די מעגליכקייט אז דאס ווערט גענוצט פאר מים אחרונים קענען מיר נאכנישט אוועקמאכן אויף זיכער.
בכלל, איז פארהאן באהאלטענע קאנפערענצן איבער דאס נוצן די האט קאפּ? ביי וועלכע יארגאנג האסטו אפגעמאכט אז פון היינט און ווייטער נעם איך אריין א האט קאפּ מיט וואסער אין טוילעט? ("דא האב איך מיין צייטונג, טישוס. א רגע! אפשר נעם איך היינט אריין א האט קאפּ, כ'זעה אסאך מענטשן טוען עס") האסטו געפרעגט איינעם וואס מען ברויך טון מיט די וואסער? אפשר טוסטו די גאנצע זאך שרעקליך ראנג?! מאוד יתכן אז ווען די ריכטיגע האט קאפּ חברה זעהן וואס דו טוסט וואלטן זיי נישט געקענט כאפן דאס אטעם פון דיין מאדנע מהלך. כ'האב שוין אמאל געטראפן אש אין איינע פון די גלעזלעך, אפשר איז דאס אזא סארט מי טהרה, וואס מען שמירט אויפן שטערן כמין כף יונית; נישט בייגעפאלן הא?
אבער אלעס אין א זייט געלייגט, ווילסט אריינעמען דעם גלעזל ס'איז א פרייע מדינה, אבער פארוואס אין די וועלט קענסטו נישט ארויסטראגן די גלעזל נאך דו ענדיגסט טון וואטעווער עס איז דו טוסט. איך ברויך נישט אנטועהן פיש-כאפער שטיוול - איידער איך גיי אריין אין בית הכבוד - ווייל דו מיינסט אז די גאנצע וועלט באשטייט בלויז פון דיין עקזיסטענץ. אין ערגסטן פאל נעם דיינע לאנגווייליגע הענט הייב אויף דעם קאפּ און גיב עס אויס אין טוילעט! איז דאס אזוי שווער, איז דאס טו מאטש טו עסק?!
אפשר איז צייט די דיזיגנירן איין טוילעט ספעציעל פאר 'האט קאפּ' באנוצער, זאלן ענק שווימען אין וואסער ביז די האלדז, אבער לאזן מנוחה די איבעריגע וועלט וואס פרובירט אומאויפהערליך צו בויען א באזעסענע ציוויליזאציע.
און פאר די מאנכע וועלכע שלינגען נאך די אויפירונג: זייט געווארנט, אויב לאזט מען דורך די האט קאפּ מאוומענט גיין אומגעשטערט וועט עס נאר ערגער ווערן! אין צען יאר ארום וועט מען זעהן יונגעלייט אריינלויפן אין טוילעט מיט גאלאן באטלעך, און שפעטער צוויי אמפערס וואסער באהאפטן צו א שטאנג - אווי די וואסער טרעגער פון דערציילונג פון צדיקים.
דאן וועט שוין זיין צו שפעט!
מענין לענין באותו ענין:
איינער האט אמאל געזען איינעם אריין גיין אין ביה"כ מיט א גלעזל קאווע, פרעגט אים איינער מאי האי? זאגט ער אז ער זעהט מענטשן אריין גיין מיט וואסער, וואס זאל איך טון איך האב מער ליב קאווע