ק/פ. געהערט א מעשה פון א דבר טוב פונעם נפטר וואס ווארפט אביסל א בליק פון זיין געוואלדיגע חסד.
ליידער זיינט יענע שווארצע טאג ביי כלל ישראל ווען סאיז ארויס געקימען די שולד אורטייל אקעגן הרה"ח ר' נחמי צבי בן דינה איז די משפחה געמאלדן געווארן פון א קאר סערוויס אז סיי ווען איינער דארף א קאר צו די תפיסה קענען זיי עם ריפן פאר אימזינסט און אזוי איז עס געגנגען ביז די וואך ווען די משפחה האט געריפן די קאר סערוויס האט ער געזאגט אז ס'גייט קאסטן געלט צו מ'דארף די קאר האט מען עם געפרעגט וואס איז יעצט געשען האט ער געזאגט זייער קלאר אז ליידער ווען יעדער האט געקרעכצט מיט די ביטערע נייעס האט עם דיר נפטר מנחם משולם הי"ד בן ישראל שטארק געריפן און געזאגט אז ער וועט עם באצאלן א גיטן פרייז ווען די משפחה דארף א קאר אבער ליידער יעצט ווען ער איז שוין ליידער נישט דא מיז ער בעטן געלט פון די משפחה ע"כ המעשה.
איך מיין אז ווערטער זענען אונגאצן איבעריג דא ס'רעדט /ס'וויינט פון זיך אליין
נאר וואס דען יא איינער קען נאך כאפן די מצוה און טיען צי די זאך און זיך פארבינדן מיט די משפחה ארום און מעלדן אז ער איז גרייט צובאצאלן די וועגן אז זיי זאלן קענען גיין באזוכן און תפיסה.
זאל ער שוין אויספוילן אויבן אין הימל און ברענגן א ישועה פאר ר' נחמי צבי בן דינה בתוך כל כלל ישראל.