א איד האט זיך אויסגענומען מיטן טענענט אינעם קאנטרעקט אז "נאך" ער גייט ארויס פונעם הויז דארף ער = די טענענט = עס פעינטען,
למעשה האט די טענענט געפעינט אפאר טעג פאר ער האט געמופט,
די לענדלארד האט זיך גענומען טענה'ן וואס הייסט?! אינעם קאנטרעקט שטייט קלאר אז "נאך" די מופסט דאפסטו פעינטען!!
די טענענט האט געטענה'ט מאך נישט משוגע איך האב עס געפעינט אפאר טעג פארדעם, ווייז מיר ווי איז געווארן צוקראצט אין די פאר טעג?
די לענדלארד האט נישט געוואלט הערן פון גארנישט זענען זיי געגאנגען צום דיין, די דיין זאגט פאר'ן טענענט הער אויס, ער איז גערעכט, אינעם קאנטרעקט שטייט קלאר אז "נאכדעם", דארפסט עס איבערפעינטען,
ווען זיי זענען זיך צוגאנגען רופט די דיין צוריק דעם טענענט און זאגט אים, אינעם קאנטרעקט שטייט טאקע אז די דארפסט עס פעינטען "נאכ'ן" ארויסגיין ס'שטייט אבער נישט "וועלעכע" קאליר די דארפסט פעינטען...
דער האט געכאפט די רמז, איז ער געגאנגען און געפעינט די גאנצע הויז "שווארץ"... ס'האט נישט געהאלפן פאר'ן לענדלארד גארנישט!! ס'שטייט נישט אינעם קאנטרעקט....