I usually follow through on these conversations until it ends up in links (or in this case, links to blogs which are blocked by most filters).
For your benefit here goes:
הערט'ס צו ידידים
מתנגדים און חסידים
נערים וזקנים יחד
מיינע השערות
פון אידישע צרות
איך בין אין גלות אין חב"ד
1) איך האב אויף זיי נישט קיין פאראיבל
אבער ווען איך קום אריין אין שטיבל
קומט מיר אויס דאס גאנצע התנהגות עפעס
איך קען נישט פארשטיין דעם טעם
פארוואס דתיהם שונות מכל עם
ואת דתי המלך הם עושים באהבה וביראה
2) אוי! שבת, יום טוב אינדערוואכען
געוואלד! וואו בין איך דא פארקראכען
און ועל כולם קען איך נישט אפילו קריטיקירען
פסח, סוכות ימים נוראים
פאר מיר איז פלאי פלאים
און מען זאגט מיר "שווייג!", ווייל דיין זיידע האט געהייסען אזוי זיך פירען
3) לעתיד לבוא אין גן עדן
וועל איך פרגען ביים הייליגן זיידן
כ'בעט דיר זאג מיר צו איז דאס טאקע געווען דיין דרך בקודש
עס כאפט מיר ממש אן א ציטער
זיי זאגען נישט אפילו וואס עס שטייט אין דיין סידור
נישט קיין "ושמרו" נישט קיין "וידבר משה" און נישט קיין תקעו בחודש
4) אין דיין שלחן ערוך פסק'נסטו להלכה
אז אויף תפלין של ראש דארף מען מאכען א ברכה
דארפסטו אבער זעהן ווי דיינע חסידים לייגען תפלין
זיי זאגן נאר אז לפי חב"ד
מאכט מען א ברכה נאר אויפ'ן של יד
זעהסטו אליין אז זיי טוהען אינגאנצען ווי זיי ווילען
5) זיידע, דו האסט געזאגט אין דיינע שיחות
אז מען דארף נישט זאגען קיין סליחות
אין עשרת ימי תשובה, און דאס האט שוין גורם געווען ממילא
און וואס זאל איך מיט זיי קריגען
עס פאסט גארנישט צו דעם ניגון
פון ראש השנה'דיגן קדיש אז מ'זאגט נישט קיין לעילא ולעילא
6) ס'איז דאך נישט מעגליך דאס איבערצוטראגן
וואס מען דארף אזוי פיל תהלים זאגען
דער יום, דאס קאפיטל וויפיל מ'איז אלט, און שבת מברכים אינגאנצען
געוואלד אידן! האט'ס רחמנות
זייטס משנה די תקנות
איך זאל נישט דארפען זאגען "אשרי תמימי דרך" ביי די הונדערט און ניינצען יאר
7) מי שמע כזאת אז אין א יום הילולא
זאגט מען תחנון אין די תפלה
איך שריי "חי וקים" און איך טוה כסדר אויף זיי האקן
געוואלד! זיי זענען דאך רחמנא ליצלן ערגער ווי די ליטוואקן
8 ) אהן א קיטל ביים סדר דאס ווייס איך
אבער וואס איז געשעהן מיט'ן חסל סידור פסח
אפשר איז ער אוועקגעלאפן צוזאמען מיט'ן ותערב
אדער אפשר האט ער גאר בדעה
צוזאמען מיט'ן חד גדיא און מיט'ן אחד מי יודע
גיין אויפזוכען דעם אדיר הוא יבנה ביתו בקרוב
9) פארוואס האבען עפעס די מענטשען
פארטריבען דעם יהי רצון פון ראש חדש בענטשען
און איך מוז דאס אלץ צוקוקען, מקבל זיין בעל כורחה
ווי קומט יום טוב שיר המעלות
ווי זאגט מען לכה דודי אהן א טלית
און וואס פאר א מחותן איז דער חצי קדיש צווישען כגוונא און ברכו
10) פארלאזען אזעלכע טייערע אוצרות
נישו קיין פייט און נישט קיין יוצרות
און פארוואס זינגט מען נישט דעם י-ה קלי אתיצבה לקראתך
כ'וואלט געווען אזוי צופרידן
אדרבה, זאגט מיר אידן
וואס פאר א ניגון ער אויף ויאתיו כל לעבדיך
11) פרייטאג צו נאכט'ס זינגט מען ביי חסידים
מנוחה ושמחה אור ליהודים
כל מקדש און י-ה רבון און מען זינגט מה ידידות
אבער ביי זיי הערט מען נישט קיין קול
ס'איז שטיל ווי ביי אוהב עמו ישראל
זאגט מיר, איך בעט אייך, וואס איז דאס עפעס פאר א מין חסידות
12) וואו איז פארהאן אזא גזירה הרחקה
נישט אויפהענגן קיין נוי סוכה
און אז איך קוק מיך צו קויפן אן אתרוג, ווייס איך גארנישט וואס איז מיט אים
געוואלד געשריגען זיסע טאטע
ווי קען מען אים האלטן מיט'ן פיטם למטה
ווען אויפ'ן אתרוג איז נישט פארהאן קיין זכר פון א פיטם
13) איך קען מיט זיי נישט האלטען קיין מלחמה
איך וועל נאך מאל נעמען א נקמה
כל תלמיד חכם שאינו נוטר ונוקם אינו ת"ח
עס וועט זיין א נקימה און א נטירה
פאר'ן לשם יחוד פון די ספירה
פאר אלע שינויים וואס איך לייד זיך אהן פון זייערע דרכים
14) בקרוב ממש, גאר אינגיכען
וועו מען מקבל פנים זיין משיח'ן
און פרייטאג צונאכט'ס אויפ'ן הר הבית וועלן זיך צוזאמען קומען אלע צדיקים, אלע קדושים
און משה רבינו וועט זיין בראשם
און ר' שלמה אלקבץ וועט זינגען לכה דודי לקראת כלה
15) אזוי ווי א מחוצף בין איך תמיד
וועל איך באלד צודארפען צו דעם עמוד
און צוזאמען מיט'ן הייליגן חזן דאווענען בהתלהבות
און אויפ'ן הויכען קול וועל איך געבן א קוועטש
לפני כל חסידי ליובאוויטש
פון אלטען רבי'ן, צו דער ושמרו בני ישראל את השבת